דער פערמיט ערלויבט ווענס, באסעס, און העווי-דוטי קאנסטראקשאן וויהיקלס צו באקומען צוטריט צו טיילן פון NYC פארקוועיס וואס זענען אויף אן אנדערן אופן אוועילעבל בלויז פאר פאסאנדזשיר קארס צוליב וואג באגרעניצונגען.
אויב איר זענט שוין באקאנט מיט די הייוועי רייזע פערמיט, אדער איר זענט א יעצטיגער פערמיט אייגנטומער, קענט איר וועלן גיין פאראויס צום נייע אפליקאנטן און עקזיסטירנדע פערמיט אייגנטומער טייל. אויב איר באנייט א הייוועי רייזע פערמיט און איר זענט באקאנט מיט APA, קענט איר גיין גלייך צום הייוועי רייזע אפליקאציע בלאט.
פערמיט הונטערגרונד
ניו יארק סיטי'ס פארקוועיס זענען אריגינעל געמאכט געווארן בלויז פאר פאסאנדזשיר קארס. דער פארקוועי'ס בריקן זענען נישט געבויט געווארן צו טראגן די לאסט פון מערערע טראקס, באסעס און אנדערע שווערע וויהיקלס. נאכמער, פיל פון די פארקוועי'ס אנדערפעסעס האבן נאר גענוג קלירענס פאר פאסאנדזשיר וויהיקלס. פונדעסטוועגן, קענען ווענס, באסעס און טראקס וואס ערפילן געוויסע צוועקן באקומען דעם פערמיט צו האבן באגרעניצטע צוטריט צו די פארקוועיס.
וועלכע פארקוועיס און הייוועיס פארלאנגען דעם באנוץ פון דעם פערמיט פאר איבערוואגיגע וויהיקלס?
- Belt Parkway
- Bronx River Parkway
- Cross Island Parkway
- Eastern Parkway
- FDR Drive
- Grand Central Parkway (נאר צווישן דעם Triboro Bridge און דער Van Wyck Expressway, אויסער קאנסטראקשאן וויהיקלס)
- Harlem River Drive
- Henry Hudson Parkway
- Hutchinson River Parkway )בלויז Bronx טייל פונעם פארקוועי)
- Mosholu Parkway
- Pelham Parkway
- Korean War Veterans (Richmond) Parkway
ווער איז בארעכטיגט זיך איינצוגעבן?
די פערמיטס ווערן געווענליך ארויסגעגעבן פאר פיר סארטן באנוצער:
- נישט-פאר-פראפיט ארגאניזאציעס, זומער קעמפס, און שולעס נוצנדיג מולטי-פאסאדזשיר וויהיקלס צו טראנספארטירן סטודענטן, עלטערע ערוואקסענע אדער מענטשן מיט דיסאביליטי
- קאמיוטער און שאטל ווענס, און אמביולעטס.
- וויהיקלס וואס דינען ביזנעסער וואס זענען צוגענגליך בלויז דורכן באנוץ פון פארקוועיס.
- מעינטענענס און קאנסטראקשאן וויהיקלס וואס פארלאנגען צוטריט צו מעינטעין'ען און פארריכטן פארקוועיס אדער צו ארבעטן אויף קאנסטראקשאן פראיעקטן נעבן פארקוועיס.
ווי לאנג האלט אן דער פערמיט?
רוב הייוועי רייזע פערמיטס האבן אן איין-יאר געדויער, אויסער די קאנסטראקשאן וויהיקל פערמיטס וואס האלטן געווענליך אן אזוי לאנג ווי דער פראיעקט.
איז מיין פערמיט גילטיג צו יעדע צייט?
פערמיטס ווערן ארויסגעגעבן פאר די מינימום שעות און טעג וואס זענען וויכטיג פאר די אקטיוויטעט. פערמיטס וואס ווערן ארויסגעגעבן פאר באסעס זענען נאר גילטיג ביים טראנספארטירן פאסאנדזשירן.
ווי אזוי זעט דער פערמיט אויס?
דער פערמיט איז א רעקטענגל פלאקארד מיטן NYC לאגא דערויף. דער פערמיט רעכנט אויס די באדינגונגען פארן באנוץ, אריינגערעכנט דעם אויסלויף דאטום, טיילן פונעם ראודוועי וואס זענען ערלויבט, און רייזע צייטן וואס זענען ערלויבט.
טוט מיין הייוועי רייזע פערמיט ערלויבן מיין וויהיקל צו דרייוון אויף סיי וועלכע וואג-באגרעניצטע הייוועי אין ניו יארק סיטי?
דער פערמיט ערלויבט בלויז צוטריט צום רוט וואס איז באשטעטיגט אויף אייער פערמיט.
קען איך נוצן דעם פערמיט צו רייזן אין פארקוועי HOV לעינס?
NYC DOT האט א באזונדערע HOV פערמיט פארן רייזן אין יענע לעינס. גייט צום HOV פערמיט בלאט פאר מער אינפארמאציע.
וואס איז אויב מיין וויהיקל איז נישט בארעכטיגט פאר דעם פערמיט, אבער איך דארף נאך אלס רייזן אויף א פארקוועי?
גייט צום NYC DOT'ס וועבזייטל געוואר צו ווערן מער וועגן טראקס און קאמערציאלע וויהיקלס אין NYC, אריינגערעכנט אנדערע NYC DOT פערמיטס.
קען איך באקומען א פערמיט פאר מיין פערזענליכע וויהיקל?
פערזענליכע ווענס, טראקס, אדער אנדערע פערזענליכע וויהיקלס העכער ראודוועי ערלויבטע וואג זענען נישט בארעכטיגט פאר דעם פערמיט.
ווי אזוי געב איך זיך איין?
איר הויבט אן דעם פראצעדור דורכן שאפן אן NYC DOT Parking Permits אקאונט. איר וועט דארפן האבן אן אימעיל אדרעס צו שאפן אן NYC DOT Parking Permits אקאונט. אויב איר האט שוין אן אקאונט, קענט איר ווייטער גיין צום אפליקאציע בלאט.
ווי אזוי ארבעט דער אפליקאציע פראצעדור?
פאר אלע נישט-קאנסטראקשאן וויהיקלס, ווערן אפליקאציעס איבערגעקוקט דורך NYC DOT'ס פארקינג און קאסטומער סערוויס יוניט (PCS). PCS שטאב וועלן איבערקוקן זאכן אויף אייער אפליקאציע, אזוי ווי הייך און וואג, ווי אויך דער וויהיקל'ס פארגעשלאגענע רוט, כדי צו זען אויב עס קען זיין ערלויבט. אויב עס פעלט אייך די פארלאנגטע דאקומענטאציע ביי דעם שטאפל, וועט א PCS שטאב מיטגליד אייך בעטן צו אפלאוד'ן סיי וועלכע נויטיגע דאקומענטן. אן אימעיל מעלדונג וועט אייך געשיקט ווערן איינמאל אייער אפליקאציע ווערט באשטעטיגט.
אויב אייער וויהיקל איז א קאנסטראקשאן וויהיקל באשעפטיגט אין בויען אדער מעינטעין'ען דעם פארקוועי, וועט PCS איבערקוקן אייער אפליקאציע און קען זיך פארבינדן מיט אייך צו פארשלאגן ענדערונגען צו אייער אפליקאציע אדער פארלאנגען נאך דאקומענטאציע. איינמאל אייער אפליקאציע איז באשטעטיגט אלס פארענדיגט, וועט עס ווערן גע'פארווערד צו NYC DOT'ס טראק און בריקן אינדזשענירן פאר איבערזיכט. נאך דעם איבערזיכט, ווערן טייל אפליקאציעס אויך געשיקט צו ניו יארק סטעיט DOT אינזשענירן. אויב אייער רוט ווערט באשטעטיגט, וועט PCS זיך פארבינדן מיט אייך דורך אימעיל.
דארף איך אפנעמען מיין פערמיט, אדער ווערט עס געשיקט צו מיר דורך פאסט?
אויב איר האט ווייניגער ווי 30 באשטעטיגטע פערמיטס, וועט PCS עס שיקן צו אייך דורך פאסט. אויב איר האט 30 אדער מער באשטעטיגטע פערמיטס, מוזט איר דאס אפנעמען ביים PCS אפיס:
New York City Department of Transportation
Permits and Customer Service
30-30 Thomson Avenue
(אריינגאנג אויף 30th Place , נעבן47th Avenue )
ווי לאנג דויערט דער פראצעדור?
אין אלגעמיין, נעמט דער פראצעדור צען ביזנעס טעג פון די צייט ווען מיר באקומען אייער אפליקאציע צו פארענדיגן דעם איבערזיכט פראצעדור.
איינמאל א פערמיט ווערט באשטעטיגט, ווי לאנג דויערט עס ביז איך באקום מיין פערמיט?
נאכדעם וואס מיר שיקן דעם פערמיט דורך פאסט, קען עס נעמען ביז צען ביזנעס טעג צו באקומען אייער פערמיט.
פאר נייע אפליקאנטן און עקזיסטירנדע פערמיט אייגנטומער
קען איך שיקן א פאפירענע אפליקאציע?
פאפירענע אפליקאציעס ווערן מער נישט אנגענומען פאר דעם פערמיט. איר מוזט אריינ'לאג'ן אין אייער NYC DOT Parking Permits אקאונט כדי אריינצוגעבן אפליקאציעס. איר קענט שאפן אייער NYC DOT Parking Permits אקאונט דא. איר וועט דארפן האבן אן אימעיל אדרעס צו שאפן אן אקאונט. ווערט געוואר מער אויף באקומען אן אומזיסטע אימעיל אדרעס.
פאר עקזיסטירנדע פערמיט אייגנטומער
ווי אזוי צייג איך דעם פערמיט?
לייגט דעם פערמיט אויף אייער וויהיקל'ס דעשבאורד און לאזט עס דארט די גאנצע צייט ביים דרייוון אויפן טייל פונעם פארקוועי וואס שטייט אויפן פערמיט.
וואס זאל איך טון אויב מיין פערמיט ווערט פארלוירן אדער גע'גנב'עט?
אויב אייער פערמיט ווערט פארלוירן אדער גע'גנב'עט:
- פילט אויס דעם פארם אויפן פארלוירן\גע'גנב'עט\קיינמאל באקומען בלאט.
- איר וועט דארפן האבן דעם פארם נאטארייז'ד.
- איינמאל עס איז נאטארייז'ד, וועט איר דארפן נעמען דעם פארם צום לאקאלן פאליציי פריסינקט וואו איר האט פארלוירן דעם פערמיט אדער וואו עס איז גע'גנב'עט געווארן.
- ביים פריסינקט, פארלאנגט א פאליס רעפארט און אנקלאגע נומער.
- אפלאוד'ט דעם פאליס רעפארט און דעם נאטארייז'ד פארם.
מיר וועלן ערזעצן אייער פערמיט ווי נאר אייער פארלאנג ווערט באשטעטיגט און פראצעסירט.
וואס איז אויב איך באקום נישט מיין פערמיט?
אויב עס איז שוין געווען לענגער ווי צען ביזנעס טעג זייט אייער פערמיט איז געשיקט געווארן, פאלגט אויס די זעלבע אנווייזונגען פאר א פארלוירענע אדער גע'גנב'עטע פערמיט .
וואס איז אויב איך וויל טוישן דעם וויהיקל פלעיט אויף א פערמיט?
גייט צום ארגאניזאציע פראפייל בלאט און פאלגט אויס אנווייזונגען.
וואו קען איך באקומען נאך אינפארמאציע וועגן קאמערציאלע וויהיקלס, אריינגערעכנט באקומען פערמיטס פאר אווערסייז וויהיקלס?
באזוכט דעם NYC DOT וועבזייטל פאר מער אינפארמאציע וועגן: