בייהילפיגע עצות פארן נוצן די אנליין אפליקאציע סיסטעם צו פארלאנגען NYC פארקינג פערמיטס.
וואס איז די אויטאריזירטע פארקינג אפליקאציע (NYC DOT Parking Permits)?
ניו יארק סיטי'ס אויטאריזירטע פארקינג אפליקאציע (NYC DOT PARKING PERMITS) איז א גרינגע און באקוועמע וועג זיך איינצוגעבן פאר און מענעדזש'ן אייערע פארקינג פערמיט פארלאנגען אנליין. די NYC דעפארטמענט אוו טראנספארטאציע
(NYC DOT) אפערט פארקינג פערמיטס, אריינגערעכנט אזעלכע פאר מענטשן מיט דיסאביליטיס, אויף NYC DOT Parking Permits פאר רעגירונג אגענטורן, און אויך פערמיטס וואס ווערן ארויסגעגעבן פאר נישט-פאר-פראפיט ארגאניזאציעס און ביזנעסער. NYC DOT Parking Permits וועט ערזעצן דעם יעצטיגן ePermits פראצעסירונג סיסטעם.
וואס זענען די הויפט חילוקים צווישן ePermits און NYC DOT Parking Permits?
כאטש וואס ePermits האט נאר געהאט באגרעניצטע פונקציאנירונג פאר אנליין פראצעסירונג, שטעלט NYC DOT Parking Permits צו פאר אפליקאנטן צוטריט צו פארקינג פערמיט אפליקאציעס, סובמישאנס, און פראצעסירונג סטאטוס. אין צוגאב, וועט די NYC DOT Parking Permits ערלויבן פערמיט אייגנטומער צו באנייען זייערע פערמיטס אנליין.
וואס זענען די בענעפיטן פון NYC DOT Parking Permits?
NYC DOT Parking Permits איז א פולשטענדיג-פארזיכערטע אנליין אפליקאציע. NYC DOT Parking Permits ערלויבט מענטשן וואס פארלאנגען פערמיטס צו אפלאוד'ן פארמס און שטיצנדע דאקומענטאציע. דער סייט שטעלט אויך צו יעצטיגע-צייט צוטריט צו פארקינג פערמיט אינפארמאציע און אימעיל מעלדונגען מיט אפליקאציע סטאטוס אפדעיטס. NYC DOT Parking Permits איז געמאכט געווארן מיט די העכסטע סעקיוריטי סטאנדארטן און פארמינערט באדייטנד פאפירענע פראצעדורן.
ווי אזוי מאך איך אן NYC DOT Parking Permits אקאונט?
באזוכט דעם שאפט אן אקאונט בלאט אויסצוגעפינען מער.
דארף מען צאלן פארן שאפן אן NYC DOT Parking Permits אקאונט? ווי אזוי באצאל איך פערמיט קאסטן?
אלע פערמיטס אויף NYC DOT Parking Permits זענען פריי פון אפצאל. מען דארף נישט צאלן פארן שאפן אן NYC DOT Parking Permits אקאונט.
ווי אזוי ריסעט איך מיין יוזערנעים אדער פעסווארד?
אויפן מיין אקאונט בלאט, קליק'ט ריסעט פעסווארד, דערנאך פאלגט אויס די אנווייזונגען אויפן בלאט.
ווי אזוי קען מען זיך איינשרייבן פאר אימעיל מעלדונגען?
פאר רוב פערמיט סארטן וועלן אימעיל מעלדונגען ווערן אויטאמאטיש אויפגע'סעט ווען איר מאכט סיין אפ פאר NYC DOT Parking Permits.
אימעיל אדרעסן ווערן נישט פארלאנגט פאר אייער דיסאביליטי פערמיט אפליקאציע. פונדעסטוועגן, דורך צושטעלן אן אימעיל אדרעס, וועט איר ווערן אינפארמירט מיט זאפארטיגע סטאטוס אפדעיט מעלדונגען.
ווי לאנג דויערט דער פערמיט פארלאנג פראצעדור?
די לענג פון צייט וויפיל א פערמיט פארלאנג דויערט ווענדט זיך אויף דעם סארט פערמיט וואס ווערט פארלאנגט. ביטע גייט צו יעדע סארט פערמיט בלאט באזונדער פאר מער פרטים. פונדעסטוועגן, ביטע באמערקט אז די באזונדערע דיסאביליטי פערמיטס קענען דויערן ביז ניינציג (90) טעג.
ווי לאנג וועט עס דויערן ביז איך באקום מיין פארקינג פערמיט?
ביטע גייט צו יעדע סארט פערמיט בלאט באזונדער פאר מער פרטים. רוב פערמיטס ווערן אריינגעלייגט אין די פאסט דעם טאג נאכן ווערן געדרוקט, דערפאר, אויסער אין אויסנאמליכע אומשטענדן אויסער די קאנטראל פון NYC DOT, דארף עס נישט דויערן מער ווי איין (1) וואך נאכדעם צו באקומען דעם פערמיט.
וואס איז אויב איך באקום נישט מיין פערמיט?
אויב עס איז געווען לענגער ווי צען (10) ביזנעס טעג זייט אייער פערמיט איז ארויסגעשיקט געווארן דורך פאסט, ביטע גייט צו יענע פערמיט בלאט באזונדער פאר מער פרטים. אויב אייער דיסאביליטי פערמיט איז ארויסגעשיקט געווארן דורך פאסט, ביטע פולט אויס א קיינמאל באקומען פארם און שיקט עס צוריק צו דעם אפיס. אויב האט איר ווייטערדיגע פראגעס, קענט איר זיך אויך פארבינדן מיטן פערמיט און קאסטומער סערוויס ביורא אויפן טעלעפאן נומער און אדרעס וואס שטייען אויסגערעכנט אויבן.
קען איך נאך אלס שיקן א פאפירענע אפליקאציע?
איר קענט נאך אלס אריינגעבן א פאפירענע אפליקאציע פאר אלע אינדיווידועלע דיסאביליטי פארקינג פערמיטס. פאר אלע אנדערע פערמיטס מוזט איר נוצן דעם NYC DOT Parking Permits וועבזייטל. ביטע קוקט אויפן ספעציפישן פערמיט אינפארמאציע בלאט פאר מער פרטים.
ווער פארוואלט NYC DOT Parking Permits?
די NYC DOT פארקינג פערמיטס און קאסטומער סערוויס ביורא פארוואלט NYC DOT Parking Permits. דאס רעכנט אריין א שטאב פון איבער 50 איינגעשטעלטע וואס געבן ארויס אומגעפער 100,000 פארקינג פערמיטס יעדעס יאר.
וועלכע NYC פארקינג פערמיטס זענען אוועילעבל אויף NYC DOT Parking Permits?
די אינדיווידועלע פערמיטס פאר מענטשן מיט דיסאביליטיס, רעגירונג און פערמיטס פאר נישט-פאר-פראפיט ארגאניזאציעס, קלערדזשי און ביזנעסער קען מען טרעפן אויפן פערמיטס בלאט.